שיעור נפלא איבער "על איזה יין מקדשין" געהערט אין מבצר הכוללים דורך אייגענטימער פון "קדם וויין" פירמע


שיעור נפלא איבער "על איזה יין מקדשין" געהערט אין מבצר הכוללים דורך אייגענטימער פון "קדם וויין" פירמע

מבצר הכוללים - די לומדי מבצר הכוללים האָבן די וואך זונטאָג מיטגעהאַלטן א העכסט-אייגענאַרטיגן שיעור, איבער פאַרשידענע סאָרט וויינען אויף וואָס מ'קען יאָ אָדער נישט קידוש מאַכן, וואָס האָט אַריינגעברענגט א שטאַרקן קלאָרקייט ביי די לומדים איבער דעם גאַנצן נושא.

דער שיעור איז צוגעשטעלט געוואָרן פאַר די חשוב'ע לומדים פונעם באַרימטן כולל "פתורא דשבתא" קבוצת אליבא דהלכתא אין מבצר הכוללים, וועלכע האַלטן אַצינד אינמיטן דורכלערנען דעם נושא פון הלכות קידוש, וכדרכם לערנט מען דורך די מקצוע מיט גרויס עיון, אַרויסצוקומען מיט הלכה ברורה, מיט א קלאָרקייט אין יעדן ענין.

האַלטנדיג נאָכ'ן דורכלערנען א שיינעם טייל פון די מקצוע, האָט מען פאַרגאַנגענע וואָך דאָנערשטאָג געהערט א שיעור נפלא פון הרה"ג רבי וואָלף אהרן טעללער שליט"א מנהל מבצר הכוללים, וועלכער האָט מיט א געוואַלדיגן קלאָרקייט פאָרגעלייגט אַלע שיטות הפּוסקים אין דעם ענין פון יין לקידוש, וואָס די לומדים האָבן געשלונגען מיט גרויס דורשט.

כדי אַרויסצוהאָבן מיט א קלאָרקייט דעם גאַנצן נושא, האָבן די ראשי הכוללים זיך פאַרבינדן מיט די אייגענטימער פון די באַרימטע "קדם וויין פירמע" און געבעטן אז זיי זאָלן אַריבערקומען אין כולל, איבערצוגעבן א שיעור אין דעם מציאות הענינים, ווי אַזוי פאַרשידענע סאָרט וויינען און גרעיפּ-דזשוס ווערט ערצייגט, כדי אַז די לומדים זאלן האָבן א קלאָרקייט אין דעם גאַנצן ענין.

די חשוב'ע אייגענטומער זענען נאָכגעקומען דעם פאַרלאַנג, און די וואך זונטאָג זענען ערשינען אין מבצר הכוללים די חשוב'ע אייגענטומער הרבני הנכבד ר' משולם פייש הערצאָג הי"ו צוזאַמען מיט זיין פּלומעניק הרבני הנכבד מוה"ר מיכאל דוב הערצאָג הי"ו. עס האָט זיך באַלד געשאַפן אן אייגענאַרטיגער שמועס צווישן די לומדים אין די פאַבריק-אייגענטומער, ביי וועלכן מ'האָט אויסגעשמועסט דעם מציאות הדברים איבער אַלע סאָרט וויינען וואָס ווערט דערמאַנט אין שולחן ערוך, ווי אַזוי מ'זעט דאָס לויט'ן היינטיגן מציאות. מ'האָט אַלעס גוט אַרומגענומען, און אַזוי אַרום באַקומען א קלאָרקייט איבער וואָס מ'רעדט, כדי צו קענען אַרויסהאָבן די קלאָרע הלכות ביים לערנען די דינים.

מענין לענין האָט דער שמועס זיך פאַרצויגן איבער געוויסע שערורי'ס וואָס האָט זיך געשאַפן אין די לעצטע תקופה. מ'האָט קלאָר אויסגעשמועסט דעם פּונקטליכן מציאות הדברים, און אַזוי אַרום באַקומען א קלאָרקייט איבער דעם גאַנצן נושא, לידע את המעשה אשר יעשון.

צום סוף פון דעם שיעור האָבן די חשוב'ע לומדים שליט"א געהאַט די געלעגענהייט אָנצופרעגן סיי וועלכע פראַגעס, אויף וואָס די חשוב'ע אייגענטומער האָבן געענטפערט בטוב טעם ודעת. עס איז דערביי געווען א מחזה הוד מיטצוהאַלטן ווי די חשוב'ע מורי צדק שליט"א דקהלתינו הק' האָבן זיך משתתף געווען און מברר געווען מיט גרויס עמקות פאַרשידענע ענינים אַרום די פּראָדוקציע פון וויין און פון די פארשידענע מיני גרעיפּ-דזשוס, כדי צו קענען אַרויסהאָבן מיט א קלאָרקייט דעם מציאות הדברים, צו קענען אַזוי אַרום פּסק'ענען קלאָרע תשובות.

דער שיינער שיעור האָט אַריינגעברענגט א קלאָרקייט ביי אַלע משתתפים, צו קענען מברר זיי אַלע הלכות מיט א בהירות נפלא.

אתר זה נבנה באמצעות