רייכער קונטרס "פרידזשדער בהלכה" דורך רבני מבצר הכוללים קרית יואל שליט"א שטעלט אַראָפּ קלאָרער מהלך בהלכה ובמציאות


רייכער קונטרס "פרידזשדער בהלכה" דורך רבני מבצר הכוללים קרית יואל שליט"א שטעלט אַראָפּ קלאָרער מהלך בהלכה ובמציאות

מיט א געוואַלדיגע אינטערעסע ערוואַרטעט מען דאָס ערשיינונג פון דעם רייכער קונטרס "פרידזשדער בהלכה" וואָס ערשיינט דורך די רבני מבצר הכוללים שליט"א איבער דעם גאַנצן נושא פון א פרידזשדער לפי ההלכה אום שבת ויום טוב, וואָס באַוואונדערט יעדן איינעם וואָס נעמט דאָס נאָר אין די האַנט אַריין.

אין דעם קונטרס איז אָפּגעשריבן געוואָרן בטוב טעם ודעת דער שיעור נפלא וואָס איז געהערט געוואָרן בין כותלי הכוללים פאַרגאַנגענעם שבעה עשר בתמוז, דורך הרה"ג רבי שבתי הכהן קאָהן שליט"א ראה"כ מדרש להוראה במבצר הכוללים, וועלכער האט במשך נאָנט צו דריי שטונדן מברר געווען דעם גאַנצן נושא לאורכה ולרוחבה מיט א בקיאות נפלאה.

כידוע זענען אין די לעצטע צייטן אויפגעקומען פאַרשידענע מערערים און מחמירים איבער דעם באַנוץ פון פרידזשדערס אום שבת קודש, און שוין א לענגערע צייט וואָס רבי שבתי שליט"א האָט זיך אַריינגעלייגט אין דעם נושא, סיי מברר צו זיין דעם חלק המציאות, און דערויף דעם חלק ההלכה וואָס איז נוגע אויף למעשה ווי אַזוי זיך צו פירן אויף טריט און שריט.

רבי שבתי האָט דערנאָך משמיע געווען דעם שיעור נפלא וואָס האָט געהאַט א רושם אדיר, און עס איז דערביי געווען א מחזה הוד מיטצוהאַלטן ווי די חשוב'ע לומדים וואָס האָבן מיטגעהאַלטן דעם שיעור, האָבן לפי שעה ווי פאַרגעסן פון דעם תענית פון יענעם טאָג, זייענדיג אַריינגעטון מיטן גאַנצן קאָפּ און מח מברר צו זיין דעם שווערן נושא, נושא ונותן צו זיין אין דעם גאַנצן מקצוע בהלכה, אַזוי אַרויסצוקומען מיט הלכה ברורה ובהירה אויף אַלע פּרטים ופרטי פּרטים.

אַצינד איז דער שיעור נפלא אָפּגעשריבן געוואָרן בלשון צח ונקי, דורך די חשוב'ע רבני הכוללים שליט"א וועלכע זענען אַריינגעטון אין דעם נושא מיט גרויס עיון, אַרויסצוהאָבן הלכה ברורה בכל מקום. דער קונטרס איז אָפּגעשריבן מיט א געוואַלדיגן קלאָרקייט, סיי דעם חלק המציאות, און בעיקר דער חלק ההלכה, אָנגעהויבן פונעם יסוד הדברים אין די דברי חז"ל, דברי הפּוסקים ראשונים ואחרונים, ביז צו הלכה למעשה וואָס עס איז דער דין ביים זיך באַנוצן אום שבת קודש מיט א פרידזשדער וואָס מ'קויפט אין די היינטיגע צייטן.

דער קונטרס צייכענט זיך מיט דעם וואָס עס געשריבן געוואָרן אינעם היזיגן מבצר הכוללים, וואָס פאַרזיכערט בעזהשי"ת אַז אַלע מקורות זענען אויסגעהאַלטן, גענומען נאָר פון פּוסקים וואָס זענען אָנגענומען צווישן אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר, געשריבן מיט א ריינעם לשון הקודש, אן די אַלע העברעאישע ווערטער וואָס כאַפּט זיך ליידער אריין, וזר לא יתערב ביים מברר זיין אַזעלכע האַקעלע נושאים בהלכה וואָס איז נוגע אויף די הררים התלוים בשערה בהלכות שבת החמורה.

דער קונטרס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך דעם באַרימטן מערכת "בית ועד לחכמים" שע"י מבצר הכוללים, וואס צווישן אנדערע פעולות זייערע ציילט זיך אויך דאס ארויסגעבן דעם גליון נפלא "כינוס סופרים" וואָס ערשיינט חודש'ליך מבין כותלי מבצר הכוללים, בירורים וביאורים אויף פאַרשידענע נושאים מסובכים סיי בש"ס און סיי בהלכה וואָס איז אַלעס נתברר און נתלבן געוואָרן בין כותלי הכוללים. אַצינד טאַקע לקראת ימי החגים איז ערשינען דער אַכטער גליון, א גליון מוגדל מיט פאַרשידענע נושאים אויף אַלע עניני החגים הממשמשים ובאים לטובה וואָס ווערט שטאַרק באַוואונדערט דורך יעדן וואָס נעמט דאָס אין די האַנט אַריין.

אין די זעלבע צייט האָט דער מערכת הגליון אַרויסגעגעבן דעם הערליכן קונטרס פרידזשדער בהלכה, וואָס וועט אי"ה פאַרטיילט ווערן במשך דעם גרויסן מגבית הכוללים. אַלע משתתפים וואָס שליסן זיך אָן אינעם מפעל "צורבא מרבנן" וועלן אי"ה באַקומען צוגעטיילט דעם קונטרס במתנה.

דבר ה' זו הלכה.

This site was built using