רבני מבצר הכוללים אַרבעטן צוזאַמען אויס דעם נושא מסובך פון פרידזשדערס בהלכה


רבני מבצר הכוללים אַרבעטן צוזאַמען אויס דעם נושא מסובך פון פרידזשדערס בהלכה

מבצר הכוללים - די פילצאָליגע חברי ורבני לומדי מבצר הכוללים, האָבן דעם פארגאנגענעם, שבעה עשר בתמוז, מיטגעהאַלטן דעם גרונטליכן שיעור, איבער אַלע סאָרט "פרידזשדערס" וואָס איז דאָ צו באַקומען, ווען דערביי איז אויסגעשמועסט געוואָרן אַלע נושאים וואָס איז נוגע אויף הלכה למעשה בכלל, ובפרט בעניני הלכות שבת, ווי אַזוי מ'קען יאָ אָדער נישט זיך באַנוצן מיט די פרידזשדערס וואָס זענען אַהערגעשטעלט געוואָרן מיט די היינטיגע לויפענדע טעכניק.

דער שיעור איז פאָרגעלערנט געוואָרן דורך הרה"ג רבי שבתי קאָהן שליט"א ראש הכולל מדרש להוראה במבצר הכוללים, וועלכער איז נודע בשערים אַלס בקי נפלא במכמני הלכה, ובפרט איז ער אַריינגעטון מברר צו זיין די הלכות ודינים לויט די היינטיגע סאָרט מציאות'ן וואָס מאַכט זיך כסדר.

ביי דעם שיעור האָבן זיך בעיקר באַטייליגט די לומדים פון כולל "פתורא דשבתא" קבוצת אליבא דהלכתא, וועלכע זענען אַצינד עוסק דורכצולערנען די סימנים רע"ז ביז רע"ט אין הלכות שבת, וואו עס ווערן נתבאר די הלכות פון "דיני גרמא" "דבר שאין מתכוין" "פסיק רישא" "מלאכה שאין צריכה לגופה" און נאָך, הלכות וואָס זענען אייגענטליך נוגע אין די גאַנצע מקצוע פון הלכות שבת, און דאָ אין די סימנים ווערט עס בקיצור אויסגעשמועסט. ווי דער שטייגער פון די לומדי הכוללים, זענען די חברי הכולל אַריינגעטון ראשם ורובם מברר צו זיין דעם גאַנצן נושא מיט א געוואַלדיגן קלאָרקייט, אַזוי אַרום אַרויסצוקומען מיט הלכה למעשה אויף טריט און שריט.

זייענדיג אַריינגעטון מברר צו זיין די מקצוע חמורה בתורה, האָבן די חשוב'ע לומדים אויסגענוצט דעם יום התענית, און האָבן געהערט דעם שיעור נפלא וואָס הרה"ג רבי שבתי שליט"א האָט משמיע געווען איבער דעם נושא פון פרידזשדערס, ביי וועלכן די אַלע דערמאַנטע ענינים קומט כסדר אַריין אינעם באַנוץ פון א פרידזשדער. דערביי האָבן זיך אויך משתתף געווען פילע לומדים פון אַנדערע כוללים במבצר הכוללים, און דער גאַנצער ערשטער שטאָק פונעם בנין הכוללים איז געווען איבערגעפולט מיט אַזאַ שיינעם צאָל לומדים חשובים בליעה"ר.

רבי שבתי שליט"א האָט אָנגעהויבן דעם שיעור מיט א לענגערן שמועס איבער דעם גאַנצן נושא פון די סימנים בשולחן ערוך, אָנגעהויבן פונעם מקור אין די גמרא באַגלייט מיט די דברי הראשונים והאחרונים, און אַזוי ווייטער ביז צום ציטירן די פּסקים און הדרכות פון די גדולי הפּוסקים פון די אחרונים פריערדיגע און איצטיגע, ביז צו די ספרי שו"ת פון די לעצטע גדולי ישראל זצ"ל והחיים אתנו לאיוש"ט.

מענין לענין איז ער דערנאָך אַריבער אַרומצורעדן איבער דעם פּראַקטיק פון פּראָדוצירן און באַנוצן זיך מיט פרידזשדערס, און אַרומגערעדט פון אַלע סאָרט פרידזשדערס און אַלע פירמעס, ווי אַזוי עס ווערט אַהערגעשטעלט, און אַלע שאלות וואָס זענען נוגע ספעציעפיש צו יעדן פרידזשדער באַזונדער, ולא ראי זה כראי זה.

במשך דעם שיעור האָבן די חשוב'ע לומדים אַריינגערעדט, איבערגעפרעגט און זיך מפלפּל געווען כדת של תורה, און אַזוי מיטן כח הרבים האָבן די לומדים מברר געווען דעם נושא חמור, וואָס האָט זיך פאַרצויגן עטליכע שעה נאָכאַנאַנד, ביז 3:30 נאָכמיטאָג, נישט שפּירנדיג ווי דער תענית גייט פאַרריבער, זייענדיג אַריינגעטון אין דעם ריתחא דאורייתא פון דעם הפלא'דיגן שיעור.

דער שיעור האָט אַראָפּגעשטעלט פאר די לומדים די ריכטיגע יסודות און כללים, זיך אויסצוקענען אין דעם גאַנצן נושא, סיי אינעם חלק ההלכה און סיי אינעם חלק הפראקטיק, לידע את המעשה אשר יעשון ואת הדרך ילכו בה.

This site was built using