ספר הנפלא "תורת השעטנז" ערשינען מיט גאָר מקיפ'דיגן ביאור אויף מקצוע חמורה פון הלכות שעטנז


ספר הנפלא "תורת השעטנז" ערשינען מיט גאָר מקיפ'דיגן ביאור אויף מקצוע חמורה פון הלכות שעטנז

ניו יארק - אין די טעג איז אַרויסגעקומען לאור עולם דער ספר הנפלא "תורת השעטנז" וואָס כשמו כן הוא טרעפט מען אין דעם ספר א רייכע אָפּהאַנדלונג איבער דעם גאַנצן נושא פון הלכות שעטנז, אַלעס מסודר דבר דבור על אופניו, פון וואָס יעדער איינער קען אַרויסקומען הלכה למעשה איבער דעם נושא חמור.

דער ספר איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך הרה"ג רבי דניאל דוד שטיינבערג שליט"א, וועלכער איז נודע בשערים אַלס איינס פון די פיליעריגע לומדים אין מבצר הכוללים בקרית יואל, ואמתחי גברא ואמתחי קמיע, איז רבי דניאל דוד שליט"א נישט קיין פּנים חדשות, נישט אין מבצר הכוללים, און אויך נישט בעולם הספרים. רבי דניאל דוד שליט"א איז שוין די לעצטע 25 יאָר זוכה מקיים צו זיין דעם "שבתי בבית ה'" און איז פון די גאָר חשוב'ע לומדים, זייענדיג א סימבאָל מיט זיין התמדה, יגיעה און שלימות בתורה פאר די פילצאָליגע לומדים, איצטיגע און געוועזענע, ביי וועמען ער איז אַזוי שטאַרק נערץ אין די אויגן.

אַלס איינער פון די אריות שבחבורה אין מבצר הכוללים קרית יואל, האָט רבי דניאל דוד שליט"א געהאַט די זכי' אַסאַך יאָרן נאָכאַנאַנד, צו זיין דער אויסגעקליבענער פּערזענליכע חבורתא פון להבחל"ח דער ראש הכוללים כ"ק הגה"צ רבי ברוך מיללער זצ"ל, מיט וועמען ער האָט יאָרן לאַנג געלערנט יעדן טאָג שיעורים תמידין כסדרן, צום גרויסן הנאה פונעם ראש הכוללים זצ"ל.

במשך די יאָרן האָט רבי דניאל דוד שליט"א שוין זוכה געווען מזכה צו זיין את הרבים, מיטן אַרויסגעבן לאור עולם די באַרימטע ספרים, "פיאות כהלכה" איבער דעם נושא פון פאות הראש, וואָס איז גאָר שטאַרק אויפגעכאַפּט געוואָרן, און אַלע ספרי הלכה ברענגען היינט צו פּסקים און ענינים פון דעם ספר. אַזוי אויך די אַנדערע ספרים "תפארת הזקן" און "שלש עשרה מדות" וואָס איז מתבדרין בבי מדרשא דורך אידן אומעטום.

אין די לעצטע יאָרן איז רבי דניאל דוד שליט"א שטאַרק אַריינגעטון מברר צו זיין דעם נושא פון הלכות שעטנז, א מקצוע אין וואָס ער ליגט שוין יאָרן נאָכאַנאַנד. אין די פריערדיגע יאָרן האָט רבי דניאל דוד שליט"א אָנגעפירט א "שעטנז לאַבאַראָטאָריע" אין קרית יואל און אויף נאָך מקומות, און ער האָט זיך אַריינגעלייגט בעובי הקורה מברר צו זיין דעם גאַנצן נושא לארכה ולרחבה, סיי דעם מציאות הדברים און סיי דעם חלק ההלכה, כדי צו קענען מונע זיין אידן פון אַריינפאַלן אין דעם איסור פון שעטנז אין וואָס מ'קען ליידער זייער לייכט נכשל ווערן בלא יודעים.

אין די לעצטע יאָרן האָט רבי דניאל דוד שליט"א אַריינגעלייגט אן עבודת עבודה, דורכצולערנען דעם נושא, מברר צו זיין אַלע נושאים בהלכה, דעם שולחן ערוך און די נושאי כלים, ביז צו הלכה למעשה לויט ווי עס איז נוגע אין די היינטיגע תקופה.

ברוב כשרון האָט רבי דניאל דוד שליט"א אָפּגעשריבן דעם גאַנצן נושא מיט אַלע נושאים אַרום. אַזוי אַרום האָט ער זוכה געווען אַרויסצוגעבן לאור עולם תעלומות חכמה, א חיבור נפלא אויף די גאַנצע מקצוע וואָס איז כמעט נישט מבורר אין די ספרים בהלכה וואָס איז שוין ערשינען ביז צום היינטיגן טאָג.

דער חיבור איז איינגעטיילט אין פאַרשידענע מדורים. דער ערשטער מדור איז א ביאור אויף די זעקס סימנים בשולחן ערוך יו"ד, אָנגעהויבן פון סימן רח"ץ ביז סימן ד"ש. אין דעם מדור איז דאָ א ביאור אויפ'ן שולחן ערוך, אויפ'ן סגנון ווי דער משנה ברורה אויף שולחן ערוך אורח חיים, אַלעס געשריבן בלשון צח ונקי, וואָס העלפט שטאַרק צו קענען פאַרשטיין די וויכטיגע הלכות. דער צווייטער טייל אין די מקצוע איז א ביאור בדרך פּשט אויף די נושאי כלים פונעם שולחן ערוך, אויף ש"ך, טורי זהב, רבי עקיבא איגר, פתחי תשובות, גליון מהרש"א און נאָך. דערצו איז דאָ דער חלק ג' אין דעם מדור איז ביאורים אויף כמה נושאים אין די מקצוע, באַגלייט מיט תשובות פון די גדולי פּוסקי דורינו, ווי פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, הגה"צ רבי יוחנן וואָזנער שליט"א דומ"ץ סקווירא-מאָנטרעאַל און נאָך.

ווייטער ערשיינט א ליקוט נפלא פון ספרי קודש איבער דאָס גרויסקייט פון מקיים זיין די חוקי התורה, ובפרט דעם חק פון שעטנז, טעמים, סגולות און דרושים לכל חפציהם, מלוקט פון ספרי קודש אָנגעהויבן פון די ראשונים און אַזוי ווייטער ביז צו די גדולי האחרונים, ובפרט כמה דרושים וענינים פון די ספרי מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וואָס איז מבאר אַז דורכ'ן מקיים זיין די מצוה פון שעטנז קען מען מקיים זיין די מצוה ואהבת לרעך כמוך בדיבוק לצדיקים און נישט ח"ו פאַרקערט בדיבוק לרשעים ח"ו.

דערנאָך פאָלגט נאָך בערך הונדערט דפים אין דעם ספר, מיט גאָר דעטאַלירטע בילדער איבער דעם גאַנצן נושא, ווי אַזוי עס קען זיך מאַכן שעטנז אין קליידער, און ווי אזוי מ'קען דאָס בודק זיין. דאָס זעלבע נאָך פאַרשידענע וויכטיגע ידיעות וואָס וואַרפט א קלאָרקייט אין דעם גאַנצן נושא פון שטענז. כמובן זענען די בילדער נאָר א פתח פתוח צו האָבן א ידיעה אין דעם נושא. פאַקטיש בודק זיין שעטנז קען נאָר איינער וואָס האָט באַקומען דערויף שימוש פון תלמידי חכמים ומומחים אין דעם נושא.

שפּעטער קומט נאָך א גאָר רייכע רשימה (אויף אידיש און אויף ענגליש) פון אַלע סאָרט בגדים וואָס מ'דאַרף בודק זיין פון שעטנז, און די דינים פון פאַרשידענע גאָר-באַנוצטע בגדים, ווי הענטשיך, קאפּל און נאָך, אויב מען דאַרף עס בודק זיין צו נישט.

דערצו איז דער ספר באַגלייט מיט א גאָר רייכער מפתח ענינים, וואָס פאַרגרינגערט שטאַרק דאָס לערנען אין דעם ספר.

דער ספר איז באַקרוינט מיט די הסכמות פון די גדולי הרבנים שליט"א, צווישן זיי פון: הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק, הגה"צ גאב"ד אַרגענטינא שליט"א, הגאון הגדול רבי מלכיאל קאָטלער שליט"א ראש ישיבה ביהמ"ד גבוה לעיקוואָוד, הגה"צ אב"ד ור"מ קיט"ל סאטמאר מאָנסי שליט"א, הגאון רבי משולם פּאָלאַטשעק שליט"א אבדק"ק מגד יהודא, הגה"צ גאב"ד קאַרלסבורג שליט"א, הגה"צ אבדק"ק סערדאַהעלי שליט"א, הגה"צ רבי אהרן גאָלדמינצער שליט"א דומ"ץ סקווירא-ירושלים און נאָך.

אָנהייב פונעם ספר איז אַריינגעדרוקט דעם וואַרעמער מכתב המלצה פון מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א ביים עפענונג פון לשכה לבדיקת שעטנז בקרית יואל אין די פריערדיגע יאָרן. ווי אויך די הסכמות פון די גדולי דורינו אויף די פריערדיגע ספרים פון רבי דניאל דוד שליט"א, ווי דברי ברכה פון מרן הברך משה מסאטמאר זי"ע, הגה"ק רבי משה הלברשטאם זצ"ל חבר הבד"ץ בירושלים עיה"ק, כ"ק הגה"צ ראש הכוללים קרית יואל זצ"ל, און נאָך.

אַזוי אַרום איז דער ספר א דבר השוה לכל נפש ממש, און יונג און אַלט וועלן זיכער טרעפן דערין דברי חפץ, צו באַקומען א קלאָרקייט אין דעם נושא פון הלכות שטענז.

דאָס ערשיינונג פון דעם ספר האָט אַרויסגערופן א ספּעציעלע פרייד צווישן די לומדים אין מבצר הכוללים, נאָכדעם וואָס דער ספר איז נתחבר געוואָרן בין כותלי הכוללים, און די לומדים החשובים האָבן אַלץ מיטגעהאַלטן די פאַרשידענע שטאַפּלען פון דעם ספר, נאָכדעם וואָס דער חשוב'ער מחבר שליט"א האָט אַלץ עוסק געווען בדיבוק חברים מקשיבים מברר צו זיין יעדע נושא מיט גרויס בהירות.

אין די הקדמה צו דעם ספר דערמאַנט טאַקע דער חשוב'ער מו"ל שליט"א לשבח ולברכה די חשוב'ע חברי הנהלת הכוללים, ווי אויך די ראשי הכוללים הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א חדב"ן מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א, הרה"ג רבי אברהם שלום פריעדמאַן שליט"א און דעם חשוב'ן מנהל הכוללים הרה"ג רבי זאב אהרן טעללער שליט"א, און אַלע חברים וידידים וואָס זענען צוגעשטאַנען לימינו, ובפרט די חשוב'ע חברי הנהלה, וועלכע שטעלן צו דאָס געהאַלט פאר די לומדים בעתו ובזמנו, דורך וועלכן די לומדים האָבן די מעגליכקייט צו פאַרבלייבן בין כותלי ביהמ"ד יאָרן לאַנג נאָכאַנאַנד, אַזוי אַז עס שטייגן אויס תלמידי חכמים פון וועמען די וועלט איז כסדר נהנה.

אַצינד איז דער ספר ערשינען לאור עולם, און לרגל דאָס ערשיינונג פונעם ספר איז די וואך דינסטאָג אָפּגעראָכטן געוואָרן א מסיבת לחיים בין כותלי הכוללים, ביי וועלכן די לומדים האָבן געוואונטשן ברכות לרוב פאר דעם חשוב'ן בעל מחבר שליט"א, און מ'האָט באַוואונדערט די הפלא'דיגע אַרבעט וואָס איז אַריינגעלייגט געוואָרן אין דעם חיבור.

דער חיבור וועט אין די נאָנטע טעג זיין צו באַקומען אין די ספרים-געשעפטן וואו עס וועט זיכער צוכאַפּט ווערן דורך אידן חובבי תורה.

This site was built using