מפעל "צורבא מרבנן" שטעלט פאר זעלטענע געלעגענהייט צו שליסן "יששכר וזבולון שותפות" אויף יאָר אָדער חודש


מפעל "צורבא מרבנן" שטעלט פאר זעלטענע געלעגענהייט צו שליסן "יששכר וזבולון שותפות" אויף יאָר אָדער חודש

חודש תמוז תשע"ז לפ"ק

אין די טעג איז פּראָקלאַמירט געוואָרן דורך דער הנהלת מבצר הכוללים, דער פרישער פּראָיעקט, מפעל "צורבא מרבנן" וואָס שטעלט פאר א זעלטענע געלעגענהייט פאר אַלע תושבי עירינו צו שליסן א "יששכר וזבולון שותפות" מיט די לומדי הכוללים, אויף וואָס די תושבי עירינו קוקן שוין לאַנג אַרויס צו האָבן די געלעגענהייט דערצו.

דער שותפות פון "יששכר וזבולון" איז גוט באַקאַנט ביי אידן חובבי תורה, ווי עס ווערט גע'פּסק'נט אין שולחן ערוך יו"ד ח"ג, אַז אידן וואָס זענען א גאַנצן טאָג עוסק על המחי' ועל הכלכלה, קענען האָבן די זכי' צו האָבן א שותפות אין דעם לימוד התורה פון איינעם וואָס איז עוסק על התורה א גאַנצן טאָג, דורכ'ן שליסן א שותפות צווישן זיך, וואָס דער עוסק על הפּרנסה נעמט אויף זיך אויסצוהאַלטן די הוצאות פון דעם וואָס זיצט און לערנט.

אויסער דעם געוואַלדיגן זכות התורה מיט וואָס דאָס איז פאַרבינדן, ווען דער זבולון שותף באַקומט א גלייכן טייל אין דעם שכר פון דעם לומד תורה, איז דער עצם שותפות באַקאַנט מיט דעם געוואַלדיגן כח און סגולה, ווי עס איז באַקאַנט די ווערטער פונעם אור החיים הק' זי"ע אַז די וואָס שליסן דעם שותפות איז "בוודאי שיצליח" און מ'איז פאַרזיכערט מיט הצלחה אין די געשעפטן.

דאָס ברענגט דערצו אַז אידן קוקן שוין לאַנג אַרויס צו שליסן א יששכר וזבולון שותפות מיט די לומדי תורה אין מבצר הכוללים. אַצינד מיט דעם נייעם פּראָיעקט ווערט פילפאַכיג פאַרגרינגערט צו שליסן אַזאַ שותפות, דורכ'ן אָפּקויפן דעם זכות שותפות אויף א יאָר אָדער א חודש ווערט דער נדיב – דער זבולון – א גלייכע שותף מיטן לומד תורה דער יששכר, דורך וועלכן די שותפים וועלן זיין באַגלייט מיט דעם געוואַלדיגן שכר טוב הצפון לצדיקים בזה ובבא.

אין די קומענדיגע וואָכן וועט אי"ה נתפּרסם ווערן די פּרטים פון דעם נייעם פּראָיעקט, און עס וועט מזמן זלמן פאַרעפענטליכט ווערן די פּרטים פון די סגולה בדוקה ומנוסה מיט וואָס דאָס זיין אָנגעשלאָסן אין דעם מפעל איז פאַרבינדן.

פּרטים יבואו אי"ה.

אתר זה נבנה באמצעות