מאַסיווער "צורבא מרבנן קאַמפּיין" שלאָגט טיפע וואָרצלן מיט הצלחה העכער אַלע ערוואַרטונגען בעזהשי"ת


דער "צורבא מרבנן קאַמפּיין" וואָס איז פּראָקלאַמירט געוואָרן לטובת דעם "מבצר הכוללים" מיט אירע הונדערטער לומדים בליעה"ר, שלאָגט ב"ה טיפע וואָרצלען, און איז גאָר שטאַרק מצליח אָנצושליסן פילצאָליגע פרישע תומכים, וועלכע נעמען זיך אונטער א שותפות מיט איינעם פון די לומדי הכוללים, פאַרשטייענדיג דעם אויסטערלישן זכות וואָס דאָס איז.

"צורבא מרבנן" צוויי ווערטער מיט וואָס חז"ל באַצייכענען איינעם וואָס איז א יושב אוהל און איז אויסגעשטיגן א תלמיד חכם. און אַז די רעדע איז פון א צורבא מרבנן איז נישט אַזוי שווער אָנצוקומען צום בנין פונעם מבצר הכוללים דאָהי, וואו די זעקס הונדערט תלמידי חכמים מופלגים מתושבי עירינו, פאַרברענגען איבער'ן טאָג, זייענדיג אַריינגעטון ראשם ורובם בעסק התורה מיט א געוואַלדיגע התמדה און פלייס.

די אַנדערע תושבים וועלכע האָבן נישט די געלעגענהייט אַליינס צו זיין פון די יושבי אוהל, שפּירן אָבער פאר א זכי' עצומה, צו זיין פון די תומכי תורה, צו נעמען דערמיט א חלק אין דעם עסק התורה פון די חשוב'ע לומדים שליט"א, און דאָס איז די סיבה פון די שטאַרקע הצלחה פון דעם נייעם מפעל "צורבא מרבנן" וואָס האָט ב"ה מצליח געווען העכער אַלע ערוואַרטונגען. אין די צייט ווען די עסקנים גייען אַרום פאָרצושטעלן דעם נייעם פראיעקט פאר די חשוב'ע תומכים, ווערן זיי איבערראַשט מיטצוהאַלטן ווי די תומכים זענען זיי מקדים, און קומען קעגן די עסקנים מיט גרעסערע סכומים, זיך אנשליסענדיג אין דעם מפעל אין וואָס מ'שפּירט פאר אן אויסטערלישע זכי' צו זיין אָנגעשלאָסן דערין.

אויסער דעם זעצט ב"ה פאר מיט הצלחה די געגענט-מסיבות וואָס ווערט דאָס יאָר אָפּגעראָכטן אין די צייט פונעם צענטראַלן קאַמפּיין לטובת דעם מבצר הכוללים, נאָכדעם וואָס במשך די פאַרלאָפענע וואָך איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן נאָך א מסיבה אין די צייט ווען מ'גרייט זיך בעזהשי"ת שוין צו א פרישע מסיבה

די וואך זונטאָג אָווענט איז געווען מוקדש דער זמן פאר די תושבים פון תושבי שכונת מירון, פּראַג און אַרום, וועלכע זענען מאַסנווייז געקומען שטיצן דעם מבצר הכוללים מיט אירע הונדערטער לומדים, ביי די מסיבה "צורבא מרבנן" וואָס איז אָפּגעראָכטן געוואָרן אין שטוב פון הרבני הנכבד ר' חיים זלמן ווייסבערג הי"ו מחשובי תושבי השכונה.

די מסיבה איז פאַררופן געוואָרן דורכ'ן בעל אכסניא ר' חיים זלמן הי"ו ויוצ"ח החשובים, בנו היקר האברך המופלג הר"ר אברהם שליט"א מחשובי לומדי מבצר הכוללים, וחתנו היקר האברך המופלג הר"ר יעקב שמעי' פריעדלענדער הי"ו מחשובי לומדי מבצר הכוללים, ומשמש נאמן ביהמ"ד אוהל פיגא דקלהתינו הק'.

זייענדיג נאָנט באַקאַנט מיט דעם כח התורה וואָס איז מבצבץ ויוצא מבין כותלי הכוללים, האָט דער בעל אכסניא ר' חיים זלמן הי"ו געשפּירט פאר א זכי' צו מאַכן זיין שטוב אַלס אכסניא של תורה פאר די מסיבה לטובת הכוללים. די מסיבה איז געווען פּראַכטפול צוגעגרייט, און במשך שעות נאָכאַנאַנד האָבן די תושבים פון די אַרומיגע גאַסן ובראשם פון די רבנים הגאונים שליט"א תושבי השכונה, געשטראָמט מיטן איינעם ציל צו שטיצן און מחזק זיין דעם מבצר הכוללים ביד רחבה ורוח נדיבה.

עס איז געווען א מחזה הוד מיטצוהאַלטן ווי אידן שפּירן פאר א זכי' זיך איינצוהאַנדלען דעם זכות "צורבא מרבנן" און דער אָפּקלאַנג פון די מסיבה איז געווען גאָר מאַסיוו. פרישע פילצאָליגע זכותי צורבא מרבנן זענען ב"ה פאַרקויפט געוואָרן, און די חשוב'ע תומכים האָבן זוכה געווען זיך איינצוהאַנדלען הויפענס מיט פרישע זכותים פון לימוד התורה דרבים, לקראת ימי הרחמים והרצון הממשמשים ובאים לטובה.

This site was built using