לומדי כולל שערי טוהר אונטערן רושם פון מסיבת "מאן דמוסיף יוסיף"


לומדי כולל שערי טוהר אונטערן רושם פון מסיבת "מאן דמוסיף יוסיף"

די לומדי כולל "שערי טוהר" זענען דאָנערשטאָג ואתחנן, ערב חמשה עשר באב, זיך צוזאַמגעקומען אין שטוב פונעם ראה"כ הרה"ג רבי נתן דוב שווארטץ שליט"א, וואו מען האָט מיטגעהאַלטן די רייכע מסיבה "מאן דמוסיף יוסיף" מיטן ציל מחזק צו זיין די לומדים מוסיף אומץ צו זיין בלימוד התורה לקראת דעם געהויבענעם טאָג חמשה עשר באב.

מ'האָט געהערט די דרשות פונעם ראה"כ רבי נתן דוב שליט"א, פון הרה"ג רבי יוסף מרדכי וואגשאל שליט"א ראה"כ עטרת חכמים און פון איינעם פון די חשוב'ע לומדים שליט"א, וועלכע האָבן אַלע אַרויסגעברענגט רעיונות נשגבים איבער דעם חיבור פון מוסיף זיין בלימוד התורה אין די קומענדיגע טעג.

This site was built using