וויכטיגע דרשה איבער עבודה זרה-שייטלען געהערט אויף אינציאַטיוו פון הגאון הדומ"ץ שליט"א


וויכטיגע דרשה איבער עבודה זרה-שייטלען געהערט אויף אינציאַטיוו פון הגאון הדומ"ץ שליט"א

די פאַרשפּרייטע שערורי' איבער די עבודה זרה-שייטלען, האָט אין די לעצטע טעג דערגרייכט אויך אַהער קיין קרית יואל, נאָכדעם ווי די לומדי הכוללים האָבן געהערט די וויכטיגע דרשה איבער דעם נושא, פון הרה"ג רבי משה קעסלער שליט"א דומ"ץ וויזניץ-מאָנסי, וועלכער איז שוין לאַנגע חדשים אַריינגעטון אין דעם נושא, און האָט אין זיינע ווערטער אַרויסגעברענגט די שטאַרקע פּונקטן, וואָס עס איז איצט נתחדש געוואָרן, און ווי שטאַרק מען דאַרף זיין געוואָרענט איבער די פאַרשידענע סאָרט שייטלען וואָס ווערט פאַרקויפט מיט גאָר שטאַרקע חששות פון עבודה זרה ממש.

די דרשה איז געהערט געוואָרן אין מבצר הכוללים אויף דער אינציאַטיוו פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, וועלכער איז אויך שטאַרק אריינגעטוהן מברר צו זיין דעם נושא, און זייענדיג אין נאָנטן פארבינדונג מיט די וואָס זענען עוסק אין דעם נושא, האָט דער דיין שליט"א פאַרבעטן דעם מאָנסי-וויזניצער דיין שליט"א צו קומען משמיע זיין דעם שיעור אין מבצר הכוללים.

פאר די תושבי עירינו איז דער נושא פון די עבודה זרה-שייטלען גענצליך נישט פרעמד. עס געדענקט זיך נאָך גוט דעם געוואַלדיגן התעוררות וואָס האָט זיך געשאַפן מיט פערצן יאָר צוריק, בשנת תשס"ד, ווען עס איז באַקאַנט געוואָרן אַז די האָר פון די שייטלען קומען פון אינדיע, וואו די גלויביגע גוים שערן זיך דאָס אָפּ לשם עבודה זרה. שוין דאַן בשעתו איז אַרויסגעקומען א שאַרפער איסור פון די גדולי הרבנים ובתוכם מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואָס איז דאַן געשטאַנען בראש המערכה קעגן די עבודה זרה-שייטלען.

אין די לעצטע תקופה איז דער נושא ווידעראַמאָל עולה על שולחן מלכים, מאן מלכי רבנן, און דער חשוב'ער וויזניצער דיין שליט"א האָט ברייט אויסגעשמועסט דעם גאַנצן נושא, אז עס איז גאָרנישט נשתנה געוואָרן פון אַמאָל, און די היינטיגע האר-שייטלען האָבן די זעלבע חששות און איסורים ווי אַמאָל.

די דרשה האָט געהאַט א שטאַרקן אָפּקלאַנג, און וועט בעזהשי"ת שטאַרק עושה פירות זיין אין די שטאָט.

This site was built using