הערליכער "סיום הלכות רבית" צוזאַמען מיט "סעודת ראש חודש" אָפּגעראָכטן דורך לומדי מבצר הכוללים


הערליכער "סיום הלכות רבית" צוזאַמען מיט "סעודת ראש חודש" אָפּגעראָכטן דורך לומדי מבצר הכוללים

א הערליכער סעודת ראש חודש איז אָפּגעראָכטן געוואָרן די וואך זונטאָג, בדר"ח תמוז, ווען די לומדים מופלגים אין כולל הלכות רבית במבצר הכוללים, האָבן זוכה געווען מסיים צו זיין די גאַנצע מקצוע חמורה, וואָס מ'האָט דורכגעלערנט בעיון רב במשך די לעצטע צוויי יאָר, און האָבן אָפּגעראָכטן די געהויבענע מאורע מתוך שיר ושבח לקל נותן התורה.

די חבורה ללימוד הלכות רבית איז איינס פון די גאָר שיינע כוללים אינערהאַלב דעם מבצר הכוללים, און שליסט איין א שיינעם צאָל לומדים חשובים וואָס זענען עוסק דורכצולערנען די מקצוע מיט גרויס עמקות און בהירות, דורכצוגיין אַלע פרטי דינים פון די מקצוע חמורה בתורה בכל פרטי' ודקדוקי'.

די חבורה ווערט אָנגעפירט אין מבצר הכוללים דורך הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א חדב"ן מרן רבינו הגה"ק שליט"א, וועלכער איז עומד בראש און זייענדיג באַקאַנט מיט זיין חריפות במכמני תורה, האָט דער ראה"כ שליט"א אַריינגעלייגט געוואַלדיגע כוחות מדריך צו זיין די לומדים וויאַזוי דורכצולערנען די גאַנצע מקצוע מיטן ריכטיגן עמקות און עיון, אַרויסצוקומען מיט הלכה ברורה ובהירה בכל מקום.

אַצינד האָט מען נאך צוויי יאר זיך מייגע זיין זוכה געווען לגומרה של מקצוע, און לרגל דעם מאמענט איז אָפּגעראָכטן געוואָרן דער סיום המקצוע צוזאַמען מיט א סעודת ראש חודש, וואָס איז געפּראַוועט געוואָרן בשבת אחים גם יחד אין שטוב פון הרבני הנגיד המפו' מוה"ר יודא כהנא הי"ו שווער פון איינעם פון די חברי החבורה הר"ר יואל געלבשטיין שליט"א, וועלכער האָט געהאַט די זכי' צו מאַכן זיין שטוב אַלס בית ועד לחכמים פאר די חברי החבורה, צוזאַמען מיט זייערע עלטערן שיחיו וועלכע האָבן זיך מיטגעפריידט בשמחת יוצ"ח, בניהם וחתניהם וואָס האָבן דערגרייכט אַזאַ געהויבענעם מאָמענט מסיים צו זיין די מקצוע בתורה.

אינמיטן די סעודה האָט מען געהאַט די זכי' מקבל פּנים צו זיין פּני מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכער איז דאַן אָנגעקומען אַהיים פון וויליאַמסבורג וואו דער רבי שליט"א האָט געוויילט אויף שבת קודש און אויף זונטאָג דערנאָך. דער רבי שליט"א האָט זיך משתתף געווען לכבוד די מאורע נכבדה פון סיום המקצוע וואָס איז געלערנט געוואָרן בעיון רב דורך די חשוב'ע לומדים אין שפּיץ פון חתנו כבנו הגה"צ רבי יוסף שליט"א ראה"כ. דער רבי שליט"א האָט דערביי געשעפט הויפענס מיט תענוג ונחת, זייענדיג די חבורה אין וועלכן עס זענען אָנגעשלאָסן עטליכע אייניקלעך הגאונים שליט"א נכדי מרן רבינו שליט"א, אין שפּיץ פונעם ראה"כ חדב"ן הגה"צ רבי יוסף שליט"א וועלכע האָבן אַלע אַצינד זוכה געווען מסיים צו זיין די הלכתא רבתא.

דערביי האָט דער רבי שליט"א וואַרעם אָנגעוואונטשן פאר די חברי החבורה, און דערנאָך משמיע געווען דברי חיזוק והדרכה פאר די חשוב'ע לומדים שליט"א וואָס האָט אויף זיי שטאַרק עושה רושם געווען.

במשך די סעודה האָט מען געהערט די הערליכע דרשות פון די חשוב'ע לומדים, אָנגעהויבן פון הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראה"כ, האברך החשוב הר"ר יוסף פּנחס קעניגסבערג שליט"א מרבני הכולל, האברך החשוב הר"ר יואל געלבשטיין שליט"א מרבני הכולל איידעם פונעם בעל אכסניא ר' יודל הי"ו, הרה"ג רבי וואָלף אהרן טעללער שליט"א מנהל הכוללים און דערנאָך פונעם ראה"כ הגה"צ רבי יוסף שליט"א, וועלכער האָט מרחיב בדיבור געווען בשבח פון דעם געהויבענעם מקום תורה ביני עמודי דגירסא.

נאָכ'ן בענטשן האָט מען זיך אַרויסגעלאָזט אין הערליכע ריקודין אָפּצוגעבן שבח והודי' להשי"ת על רוב רחמיו וחסדיו.

This site was built using