העלריכער שיעור אין מצבר הכוללים דורך הרה"ח הרב שלמה קליין שליט"א שו"ב


העלריכער שיעור אין מצבר הכוללים דורך הרה"ח הרב שלמה קליין שליט"א שו"ב

א הערליכער שיעור "בהלכות שחיטה" הלכה למעשה, איז פאַרגאַנגענע וואָך דאָנערשטאָג געהערט געוואָרן בין כותלי מבצר הכוללים, איבערגעגעבן דורך דעם באַרימטן שו"ב מומחה הרה"ח הרב שלמה קליין שליט"א, וועלכער האָט מיט גרויס בקיאות און מומחיות פאָרגעשטעלט פאַרשידענע פּרטים פון הלכות שחיטה פון וואָס די משתתפים ביים שיעור האָבן באַקומען א שטאַרקן קלאָרקייט אין דעם נושא.

דער שיעור איז פאָרגעלערנט געוואָרן פאַר די לומדים חשובים אין כולל "שער התלמוד" וועלכע לערנען אַצינד מסכת חולין, און ווי דער שטייגער פון די חבורה, ווערט די מסכת געלערנט בעיון רב, גמרא-תוספות מיט א געוואַלדיגן עמקות צו פאַרשטיין יעדעס ענין מיט א קלאָרקייט, בשים שכל וטוב טעם.

כדי קלאָרער צו פאַרשטיין די פאַרוויקעלטע ענינים אין מסכת חולין, איז דער חשוב'ער שו"ב הר"ר שלמה שליט"א ספּעציעל איינגעלאַדענט געוואָרן אין מבצר הכוללים, און האָט אויפגעטרעטן מיט א שיעור מקיף אין די גאַנצע מקצוע פון הלכות שחיטה, ובפרט פאַרשידענע פּרטים וואָס איז געווענליך נישט אַזוי באַקאַנט ביים ציבור, און נאָר נאָכ'ן עס מיטהאַלטן פּערזענליך קען מען פאַרשטיין געהעריג אן גרונטליך פון וואָס מ'רעדט, אַזוי אַז מ'זאָל קענען פאַרשטיין וואָס מ'לערנט.

ביים שיעור האָט הר"ר שלמה שליט"א געצייגט חלפים, און נאָך אַנדערע פּרטים וואָס ער האָט פאָרגעשטעלט מיט גרויס קלאָרקייט, און אַזוי געגעבן א ביאור מקיף אויף דעם גאַנצן נושא פון וואָס אַלע לומדים האָבן אַזוי שטאַרק הנאה געהאַט.

ווי עס איז דער שטייגער ביי א שיעור אין מבצר הכוללים, האָבן די לומדים אַריינגעפרעגט און זיך מפלפּל געווען, און אַזוי מברר געווען כמה וכמה ענינים מיט גרויס חריפות ובקיאות, באַקומענדיג א קלאָרקייט אין דעם ענין, כדי צו קענען ממשיך זיין מיט די לימודים מיט גרויס בהירות.

This site was built using