אָנשליס פון לומדי "מבצר הכוללים קרית יואל" פאַרענדיגט דעם פאַנטאַסטישן סכום פון א האַלב מיליאָן דאָלאַר ביי דרינגענדע רפואה אַקציע


אָנשליס פון לומדי "מבצר הכוללים קרית יואל" פאַרענדיגט דעם פאַנטאַסטישן סכום פון א האַלב מיליאָן דאָלאַר ביי דרינגענדע רפואה אַקציע

גאַנץ כלל ישראל איז אין די טעג פאַר'ן יום טוב שבועות, געווען איינגעשפּאַנט אין די גרויסאַרטיגע רפואה אַקציע וואָס איז דורכגעפירט געוואָרן לרפואתה המהירה פון האשה היקרה מרת צארטל את אסתר חנה תחי' לרפו"ש, און עס איז דערביי ספּעציעל געווען צום באַוואונדערן דעם וואַרעמען אָנשליס פון די הונדערטער לומדי מבצר הכוללים שליט"א וועלכע האָבן זיך ספּעציעל אָנגעשלאָסן מיט גרויסע סכומים במשך די קורצע צייט פון די בליץ-אַקציע.

די עסקנים וואָס האָבן פאַרפיגט אויף די אַקציע, זענען אַליינס איבערראַשט געוואָרן מיטהאַלטעדיג פונדערנאָנט די גרויסע סכומים וואָס קומט כסדר אַריין דורך די לומדי הכוללים שליט"א, וואָס אין די צייט ווען ביים גרעסערן טייל פון די נדבנים איז עס געווען די רעדע פון זיך אָנשליסן לטובת די הוצאות הרפואה פון איינעם מיט וועמען מ'איז נישט באַקאַנט, זענען דאָ א גרויסער צאָל פון די יונגערע לומדים, וועלכע זענען פּערזענליך נאָנט מיט דעם טייערן אינגערמאַן שיחי' וועלכער איז אַזוי פּלוצים אַריינגעפאַלן אין אַזאַ שווערע מיטמאַכעניש, און די לומדים שליט"א האָבן טראָץ זייער אייגענעם געדרוקטן מצב, געשפּירט דעם אחריות און מיטגעפיל, זיך אָנצושליסן מיט גרעסערע סכומים באופן יוצא מן הכלל.

אין אָנבליק פון די דרינגעדע אַקציע, האָט מען געהערט אויף ביידע שטאָקן פונעם מבצר הכוללים, א דרשה נלהבה פון הרה"ג רבי זלמן טייטלבוים שליט"א נכד מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א, וועלכער איז נאָנט באַקאַנט מיט דעם מצב, און האָט אויפגעפלאַקערט די הערצער פון די לומדים, זיך אָנצושליסן מיט גרעסערע סכומים, וואָס האָט טאַקע שטאַרק עושה רושם געווען אויף אַזאַ געוואַלדיגן פאַרנעם. והכל הולך אחר החתום, האָט דער געשאַפענער סכום ביני עמודי דגירסא אין מבצר הכוללים, צופארענדיגט דעם פאַנטאַסטישן סכום פון א האַלב מיליאָן דאָלאַר, וואָס האָט זיך אויסגעפעלט אין יענעם מאָמענט.

די אַקציע איז ב"ה געקרוינט געוואָרן מיט א געוואַלדיגע הצלחה, ותלי"ת צוזאַמען מיט די תפלות ישראל אומעטום, צווישן די לומדי הכוללים וועלכע האָבן אין זייער פרייע צייט כסדר געזאָגט פּרקי תהלים, הערט מען בשורות טובות פון דעם מצב הבריאות, און מען איז ווייטער מתפּלל אויף א גענצליכע און פולקאָמע רפואה פון די חשוב'ע פרוי מרת צארטל בת אסתר חנה לרפו"ש.

ותורת חסד על לשונם.

This site was built using