Mivtzar Hakolelim

Kiryas yoel

כי טוב סחרה מכל סחורה

about us


Who we are and what we do...

about us
"מבצר הכוללים קרית יואל" איר ציל!
דער ציל פונעם מבצר הכוללים? דאַכט זיך איבעריג אַרויסצוברענגען. יעדער פאַרשטייט אַז ס'איז א געשמאַקער מקום וואָס יעדער וואָס איז "לבו חפץ בתורה" האָט דאָ די ברייטע מעגליכקייט מקיים צו זיין דעם "שבתי בבית ה'".
אָבער מיט א טיפערן בליק איז עס ממש צום באַוואונדערן ווי עס איז פיל ברייטער און פאַרצווייגטער ווי סתם "נאָך א מקום תורה".
איין מעלה איז: סדרי הכולל בכלליות
דער גאַנצער סיסטעם אינעם מבצר הכוללים איז אַזוי אויסגעשטעלט, צו פאַרזיכערן אַז יעדער פון די הונדערטער לומדים וואָס איז זיך דאָ קובע מקום זאל האָבן די מעגליכקייט צו זיצן און לערנען מיט הרחבת הדעת, מיט א געשמאַק און הנאה, מקיים צו זיין דעם "והערב נא" דער לימוד התורה זאָל זיין זיס ציענד, פון ווען דער אינגערמאַן קומט אַריין גלייך נאָך די חתונה, ביז... אויף שטענדיג, עכ"פ אויף ביז ווילאַנג ער האָט די מעגליכקייט צו פאַרבלייבן בין כותלי ביהמ"ד, אַזוי אַז די יאָרן אין כולל זאָל אים באַגלייטן אויף זיין גאַנץ לעבן, צו קענען אין די שפּעטערע יאָרן זיך פירן ווי אַן ערליכער בעל הבית מיט א תורה'דיגע הנהגה.
אָט איז אין קורצן וואָס דער הנהלת הכוללים לייגט כסדר אַריין שווערע געלטער מיטן איינעם ציל אַהערצושטעלן א "מקום תורה מיט הרחבת הדעת" פאר די חשוב'ע לומדים שליט"א.
סדרי לימוד במה שלבם חפץ
דער היזיגער מבצר הכוללים איז ממש א חידוש בעולם הכוללים. דער כולל באַשטייט פון 26 כוללים, 13 כוללים פאַרמיטאָג און 13 כוללים נאָכמיטאָג מיט א ריזיגן אויסוואַל פון שיעורים אין אַלע חלקי התורה, אַזוי אַז יעדער זאָל קענען לערנען וואָס נאָר ער וויל, לענגערע און קורצערע מקצועות, בעיון אָדער מער כמות, א. א. וו.
זייטיגע שיעורים
ספּעציעלע 'חבורת' וסדרי הלימוד אין פאַרשידענע וויכטיגע ענינים, ווי: חבורת לומדי חומש רש"י, חבורת לומדי משניות, חבורת לומדי נ"ך, חבורת לומדי ספה"ק ויואל משה, חבורת לומדי ספה"ק על הגאולה ועל התמורה, חבורת לומדי חובת הלבבות, חבורת לומדי חפץ חיים, חבורת לומדי ספרי חסידות. אויף יעדע חבורה איז דאָ עקסטערע בחינות און תשלומין
ראשי כוללים מופלגים
אויף יעדן כולל איז באַזונדער געשטעלט א "ראש הכולל", אַלע זענען תלמידי חכמים מופלגים וואָס לאָזן זיך אַראָפּ צו די לומדים אָנצופירן די סדרי הלימוד, ענטפערן בלשון לימודים און לערנען פאר געשמאַקע שיעורים יעדער אין זיין מקצוע אָדער מסכת
סדר החזרה
אין אן אייגענאַרטיגער פּראָיעקט פאר זיך גייט אָן דער מפעל "תורתם אומנותם" מיטן ציל מעודד צו זיין די לומדים כסדר איבערצו'חזר'ן די לימודים פון די פריערדיגע יאָר, דורך וועלכן די לומדים שפּירן אן אויסטערלישן סיפּוק צו געדענקן אַלע לימודים וואָס מ'האָט געלערנט במשך די כולל יאָרן. דער פּראָיעקט האָט פאַרגאַנגענעם יאָר אָפּגעקאָסט אַריבער 375,000$
פאר די בחינות פון סוף זמן, זיך צו פאַרהערן אַלע לימודים פונעם זמן באַקומט מען עקסטער 100$ און נאָכ'ן זיך פאַרהערן א גאַנצע מקצוע באַקומט מען אין צוגאָב א ספּעציעל-גרעסערן סכום
מסדר חברותות
פאר די פרישע אינגעלייט איז ספּעציעל אויפגענומען א "מסדר חברותא'ס" ה"ה הר"ר אברהם לייב לאָנדאָ שליט"א, באַקאַנט מיט זיין ענערגישן פלייס, און מיט זיין צוגעלאָזענקייט און איבערגעגעבענקייט זיכער צו מאַכן אַז יעדער אינגערמאַן האָט א צוגעפּאַסטע חברותא ביי אַלע שיעורים איבער'ן טאָג
וועכענטליכע תמיכות
תמיכות ווערט געגעבן פון "גלייך נאָך די חתונה". א יאָר נאָך די חתונה ווערט עס געהעכערט, און די צווייטע יאָר  נאָך מער.
באָנוסעס פאר די לומדים
אויסער די אָפיציעלע תמיכות איז צוגעשטעלט פילע באָנוסעס דורך מפעל "מרבה חיים" פון וואָס די לומדים קריגן ספּעציעלע "קיופּאַנס צו קענען איינקויפן פאר גאָר ביליג, א גאַנץ יאָר ובפרט פאר די ימים טובים. אויסער דעם איז צוגעשטעלט עטליכע "גמ"ח'ן" פאר די לומדים, ווי גמ"ח זרע יצחק, גמ"ח מרבה חיים, און נאָך הנחות ביי קהל, מוסדות, מקוה און נאָך. דאס איז אויסער די גענצליך אומזיסטע מצות וואס ווערט פארטיילט איידערן יו"ט פסח פון דעם ספּעציעלן "קמחא דפּסחא" פּראָיעקט
הערצה וחשיבות פאר די לומדים
דער הנהלת הכוללים געט אויס גרויסע געלטער ספּעציעל צווישן די יונגע לומדים זיכער צו מאַכן אַז זיי שפּירן די הערצה וואָס מען האָט פאַר זייער יגיעת התורה. ספּעציעלע דרשות געהערט פון די ראשי הכוללים און פון חשוב'ע געסט, רבנים ומרביצי תורה שליט"א וואָס ווערן כסדר איינגעלאַדענט אויפצוטרעטן מיט דרשות בשבח לומדי תורה, וואָס איז אויסער דעם וואָס יעדע שטיק צייט האָבן די לומדים דעם כבוד מקבל פּנים צו זיין פּני כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס איז משמיע מאמרותיו בדברי הדרכה והשקפה
אויסער דעם ווערט צוגעשטעלט הערליכע מסיבות סיום פאר די חשוב'ע לומדים. נאָך יעדע בחינה אויף א מסכת אָדער מקצוע ווערט אַרויסגעשיקט א בריוו פאר די עלטערן, און באַזונדער פאר די ב"ב תחי' מודיע צו זיין איבער די שמחה גדולה פון דעם דערגרייכונג. דאָס איז אויסער אַנדערע מסיבות חיזוק, ווי סעודות ראש חודש וכדומה, מיטן ציל מחזק צו זיין די לומדים
ספּעציעלע מסיבות ווערן איינגערישט יעדע שטיק צייט ביי די חשוב'ע נגידים פטרוני החבורות שיחיו, ווי חול המועד, פּורים און נאָך.
כולל מנין
א ספּעציעלער מנין לתפלת שחרית איז צוגעשטעלט פאַר'ן תועלת פון די לומדים צו קענען דאַווענען מיט מתינות ווי עס פּאַסט זיך פאר בני תורה
ריין און ציכטיג
שטארקע כוחות ווערט אריינגעלייגט אז אַלע שטאָקן פונעם בנין זאלן זיין שטענדיג ריין, ציכטיג און אויפגערוימט, דורך דעם ספעציעלן ממונה וועמען מען האָט אויפגענומען צו מענעדזשן דעם בנין, און דורך דעם אייגענעם ערל וואָס ווערט אויפגעהאַלטן דורך דער הנהלת הכוללים. ספעציעל דארף מען רייניגן דעם בנין יעדן שבת נאָך דעם עריכת השולחן און נאָך די קידושים פון שבת אינדערפרי, צוריקצושטעלן דעם ערשטן שטאָק אַז עס זאָל ווייטער זיין גרייט אויף זונטאָג אינדערפרי פאר די חשוב'ע לומדים. לעצטענס האָט מען איינגעקויפט נייע "פרידזשדערס" (אין ווערד פון 3,000$) פאר די לומדים אויף אַלע שטאָקן
ליכטיג און לופטיג
גרויסע כוחות ווערט אַריינגעלייגט צו האַלטן דעם בנין ליכטיג און לופטיג מיט גאָר גוטע הייצונג און קילונג סיסטעמען. די לעצטע עטליכע יאָר האָט מען איבערגעטוישט אַלע לעקטערס פאַר מער ליכטיג, ווי אויך האָט מען עטליכע מאָל פאַרראָכטן די עיר-קאנדישן סיסטעמען
טויזנטער "ספרי קודש"
די צענדליגער ספרים שאַפעס זענען פול מיט טויזנטער ספרי קודש מכל המינים, וואָס נאָר איינער פון די לומדים קען געברויכן. אין די לעצטע עטליכע יאָר האָט מען פריש איינגעקויפט נייע ספרים פאר איבער 100,000$ בנדבת לבם פון צוויי חשוב'ע נדבנים. אַצינד צום נייעם זומער-זומער האָט מען איינגעקויפט פרישע הונדערטער ספרים, ספּעציעל פאר די לומדים אויף דעם נייעם גאַלאַריע אויפ'ן דריטן שטאָק. אַלע ספרים זענען אויסגעשטעלט אין א הערליכן סדר צו קענען אַלעס טרעפן גרינג און באַקוועם. נייע פראקטישע ספרים שענק זענען אינסטאָלירט געוואָרן אויף אַלע שטאָקן אין ווערד פון שווערע טויזנטער דאָלאַרן.
יש סדר, ספרים טעגליך געפּאַקט
עטליכע פּאַקערס פּאַקן טעגליך אַלע ספרים איבער'ן גאַנצן בנין. דאָס פּאַקן די ספרים קאָסט עקסטער טויזנטער דאָלאַרן יעדן חודש
קאַווע בחנם
אין א לעצטערע שריט האָט מען איינגעפירט צו געבן "קאַווע" בחנם א גאַנצן טאָג, וואָס איז א שטאַרקער הילף פאר די לומדים. היי יאָר האָט מען איינגעקויפט נייע "פוירקילעיטארס" (אין ווערד פון 6,000$)  אויף אלע 3 שטאָקן.
און נאָך א מעלה איז: ספּעציעל פאר לומדים פון עטליכע יאָר נאָך די חתונה
אַז השי"ת העלפט און מען האָט די זכי' צו פאַרבלייבן בין כותלי ביהמ"ד ביז עטליכע יאָר נאָך די חתונה, העלפט דער הנהלת הכולל ספּעציעל צו פאר די לומדים מיט קינדער-געבענטשטע משפּחות צו קענען ווייטער שטייגן, אַזוי אַז קרית יואל זאָל זיין געבענטשט מיט פרישע תלמידי חכמים בכל חלקי התורה, וואָס זאָלן קענען אויסשטייגן אַלס די צוקונפטיגע 'מורי הוראה' און 'מרביצי תורה' אין אַלע אָפּטיילונגען פון די 'קהלה' און די 'מוסדות' פון וועמענס כח התורה די גאַנצע שטאָט איז נהנה בעזהשי"ת
שיעורים וחבורות
ספּעציעלע חבורות צוגעשטעלט אין פאַרוויקעלטע מקצועות התורה, פאר די חשוב'ע לומדים וואָס האָבן פריער זיך שוין ממלא כריסם געווען מיט אַנדערע וויכטיגע חלקי התורה. יעדער כולל איז מסודר מיט פּאַסיגע שיעורים און חבורות.
ראשי הכוללים
חשוב'ע ראשי הכוללים זענען געשטעלט ספּעציעל פאַר די לומדים חשובים תלמידי חכמים מופלגים.
סדר החזרות אויף נייע און אַלטע לימודים
ספּעציעלע מסגרת איינגעשטעלט פאר עלטערע תלמידי חכמים נאָכאַמאָל איבערצו'חזר'ן מיט א קלאָרקייט לימודים פון אַסאַך יאָרן פריער
סיוע לבחינות
גרויסע קבוצות פאַרהערן זיך כסדר אויף גאַנצע מקצועות ביי באַרימטע פּערמענאַנטע רבנים שליט"א נאָכ'ן זיך פאַרהערן ביי די היזיגע מורי הוראה ובפרט נאָך גרונטליכע בחינות פון הרה"ג רבי נפתלי צבי קאָהן שליט"א מו"ץ.
בוחנים ונבחנים
די עלטערע לומדים ווערן אָפט אויסגעקליבן צו פאַרהערן די יונגערע לומדים אוף גאַנצע מקצועות. פאר יעדע בחינה ווערט עקסטער געגעבן מתן שכרה בצידה. אויך ווערן די לומדים מכובד צוצוגרייטן "דפי הבוחן" פאַרהער-צעטלעך פאר די בחינות בכתב פון די אַנדערע כוללים. פאר יעדן דף הבוחן באַקומט מען עקסטערע באַצאָלט.
שיעורים ברבים
די עלטערע לומדים ווערן כסדר נתכבד פאָרצולערנען שיעורים אין די אַנדערע כוללים, וואָס העלפט זיי צו, זיך צו קענען מסדר זיין זייערע ידיעות אין אַלע לימודים, ובפרט זיי אָנצוגרייטן אַלס מרביצי תורה והוראה אין די שטאָט. פאר יעדן שיעור באַקומט מען עקסטער באַצאָלט
הילף אויף שטעל-פאַרטרעטן
די היכלי הישיבות אין די שטאָט און די תלמוד תורה באַנוצן זיך כסדר מיט די לומדים אַלס שטעל-פאַרטרעטער ווען עס פעלט זיך נאָר אויס. ספּעציעלע הילף געגעבן פאַר ערענסטע לומדים מיט א גוטן עתיד צו קענען מרביץ תורה זיין.
כהנה וכהנה קען מען אויסרעכענען נאָך און נאָך פילע מעלות יתירות, אַלעס מיטן ציל צו פאַרזיכערן אַז דער מבצר הכוללים איז א באַקוועמער מקום תורה פאר תלמידי חכם פן סיי וועלכן יאָרגאַנג, וואָס די אַלע מעלות פירט ב"ה צום געוואונטשענעם ציל, ווי עס איז צום זען פון דעם ריבוי מספר פון חשוב'ע לומדים וואָס ווערט צוגעצויגן צו זיין פון די יושבי אהלה של תורה, אויף עטליכע יאָר אָדער לענגער.
דאָס איז אויסער אַסאַך אַנדערע פּלענער וואָס ליגן נאָך אויפ'ן טיש להגדיל תורה ולהאדירה, וואָס כדי אויסצופירן די אַלע פּלענער מן הכח אל הפּועל פאָדערט זיך די וואַרעמסטע שטיצע פונעם ברייטן ציבור, וואָס נאָר אַזוי איז מען אָנגעקומען ביז אַהער, און מיט זייערע נדבות וועט מען אי"ה ווייטער גיין מחיל אל חיל.

A look between the walls of the great fortress

news


the latest...

רבני מבצר הכוללים אַרבעטן צוזאַמען אויס דעם נושא מסובך פון פרידזשדערס בהלכה

רבני מבצר הכוללים אַרבעטן צוזאַמען אויס דעם נושא מסובך פון פרידזשדערס בהלכה

ביים גרונטליכן שיעור וואָס איז געהערט געוואָרן ביום הצום שבעה עשרה בתמוז דורך הרה"ג רבי שבתי קאָהן שליט"א מרבני וממו"צ הכוללים

קרא עוד
רייכער קונטרס "פרידזשדער בהלכה" דורך רבני מבצר הכוללים קרית יואל שליט"א שטעלט אַראָפּ קלאָרער מהלך בהלכה ובמציאות

רייכער קונטרס "פרידזשדער בהלכה" דורך רבני מבצר הכוללים קרית יואל שליט"א שטעלט אַראָפּ קלאָרער מהלך בהלכה ובמציאות

געבויט אויף שיעור נפלא פון הרה"ג רבי שבתי קאָהן שליט"א ראה"כ מדרש להוראה אין בנין מבצר הכוללים

קרא עוד
אָנשליס פון לומדי "מבצר הכוללים קרית יואל" פאַרענדיגט דעם פאַנטאַסטישן סכום פון א האַלב מיליאָן דאָלאַר ביי דרינגענדע רפואה אַקציע

אָנשליס פון לומדי "מבצר הכוללים קרית יואל" פאַרענדיגט דעם פאַנטאַסטישן סכום פון א האַלב מיליאָן דאָלאַר ביי דרינגענדע רפואה אַקציע

ריזיגער סכום געשאַפן אין א קורצע צייט ביני עמודי דגירסא ארויסגערופן איבעריישונג ביי די ארגאנאזירער און מיטהאלטער פאַרענדיגנדיג דעם פאַנטאַסטישן סכום פון א האַלב מיליאָן דאָלאַר וואָס האָט געדאַרפט געשאַפן ווערן

קרא עוד
הערליכער "סיום הלכות רבית" צוזאַמען מיט "סעודת ראש חודש" אָפּגעראָכטן דורך לומדי מבצר הכוללים

הערליכער "סיום הלכות רבית" צוזאַמען מיט "סעודת ראש חודש" אָפּגעראָכטן דורך לומדי מבצר הכוללים

מיטן פערזענליכן השתתפות פון מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין שטוב פון הרה"ח ר' יודל כהנא הי"ו

קרא עוד
העלריכער שיעור אין מצבר הכוללים דורך הרה"ח הרב שלמה קליין שליט"א שו"ב

העלריכער שיעור אין מצבר הכוללים דורך הרה"ח הרב שלמה קליין שליט"א שו"ב

ספּעציעל פאר לומדי כולל שער התלמוד קבוצת לומדי מסכת חולין

קרא עוד
ספר הנפלא "תורת השעטנז" ערשינען מיט גאָר מקיפ'דיגן ביאור אויף מקצוע חמורה פון הלכות שעטנז

ספר הנפלא "תורת השעטנז" ערשינען מיט גאָר מקיפ'דיגן ביאור אויף מקצוע חמורה פון הלכות שעטנז

אַרויסגעגעבן דורך יחיד מומחה בעניני שעטנז הרה"ג רבי דניאל דוד שטיינבערג שליט"א מרבני מבצר הכוללים קרית יואל רבות בשנים

קרא עוד
שיעור נפלא איבער "על איזה יין מקדשין" געהערט אין מבצר הכוללים דורך אייגענטימער פון "קדם וויין" פירמע

שיעור נפלא איבער "על איזה יין מקדשין" געהערט אין מבצר הכוללים דורך אייגענטימער פון "קדם וויין" פירמע

נאָכפאָלגענד פון הפלא'דיגן שיעור דורך הרה"ג רבי וואָלף אהרן טעללער שליט"א מנהל מבצר הכוללים

קרא עוד

contact us


discover more...

  • 16 Garfield Road, Kiryas Joel, Monroe, NY, United States

Donate


סכום התרומה


$

recordings


our offers


אתר זה נבנה באמצעות